די אייגענטומער פון די ״טראמפ האטעל״ אין פאנאמע האט געפירט א פארצויגענע לעגאלע קאמפ צו באקומען די רעכט צו טוישן דעם נאמען פונעם האטעל, זאגענדיג אז דאס ברענגט נעגאטיווע דעקונג פאר די האטעל און טוט שאטן פאר ביזנעס זינט טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט.

די טראמפ ארגאניזאציע האט זיך אפגעגעבן מיט בויען לוקסעריעזע הייזער און האטעלן, אבער האט אויך געגעבן די רעכט פאר פילע האטעלן צו נוצן זייער נאמען אויב זיי האבן געצאלט א געוויסע פרייז און נאכגעקומען די סטאנדארטן, די האטעל אין פאנאמא איז איינע פון צענדליגע איבער די וועלט וואס האבן באקומען די רעכט צו טראגן דעם טראמפ נאמען, טראץ וואס עס האט נישט קיין דירעקטע פארבינדונג צום פרעזידענט.

ווען די נאמען האט אנגעהויבן זיין מער א לאסט ווי א פארדינסט האט די האטעל געוואלט אראפנעמען דעם נאמען, אבער די טראמפ ארגאניזאציע האט זיך קעגנגעשטעלט זאנדיגט אז לויט׳ן קאנטראקט זענען זיי נישט בארעכטיגט דערצו, נעכטן האט די האטעל באקומען די גרינע ליכט פון א געריכט צו ווייטער גיין מיט׳ן טוישן דעם נאמען און האט ענדגילטיגע אראפגענומען דעם נאמען פונעם געביידע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל