דער מעיאר האט היינט געמאלדן אז די סיטי וועט פארשטערקערן די אינפארסירונג קעגן טרעפיק פארלעצונגען וועלכע פירן צו אן אנשטויס פון טראפיק און בלאקירן אנדערע קאר׳ס, דער מעיאר האט געזאגט אז אין די ערשטע פאזע וועלן געשטעלט ווערן אפיצירן ביי ארום 50 אינטערסעקשאנס און וועלן באלד געבן א טיקעט פאר דרייווערס וועלכע פארן אריין אינעם באקס פון די ווייסע שטרייכן ביים אונטערסאקשאן אלס פרואוו צו אויסמיידן די אנקומענדיגע טראפיק.

די טיקעטס וועלן שטיין ביי א מינימום פון 115$ און עס וועט אויך קומען מיט פוינטס וועלכע קען ברענגען דערצו אז מען פארלירט די לייסענס. אזוי אויך וועט די ״די-או-טי״ ארויסלייגן פרישע טאוולן ביי די אינטערסעקשאנס צו דערמאנען דרייווערס איבער די שטרענגערע געזעצן. דאס איז אלעס א טייל פון א פרישע קאמפיין וואס דער מעיאר האט אונטערגענומען קעגן די שווערע טראפיק אין די סיטי, ספעציעל אין די פארנומענע ראש האוער שטונדען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל