נעכטן האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו געבראכן די נייעס פאר רעפארטער אז די ״עיר אינדיע״ לופטליניע האט אונטערגעשריבן א אפמאך מיט די סאודיער רעגירונג וועלכע וועט איר ערלויבן צו אריבערפליען די טעראטאריע פון סאודי אראביע אויפ׳ן וועג קיין מדינת ישראל, נאכדעם וואס די לופטליניע האט געעפנט דעם פארגאנגענעם מאנאט א דירעקטע ליניע פון מומבאי קיין תל אביב.

פאר ארום 50 יאר יארן טוען פילע אראבישע לענדער אפהאלטן אן אפיציעלער באיאקאט קעגן מדינת ישראל, וואס נעמט אריין צווישן אנדערע נישט אריינלאזן מדינת ישראל בירגער אין לאנד, און א פארבאט פאר פליגער צו אריבערפליען זייער טעראטאריע אויפ׳ן וועג קיין מדינת ישראל.

אין די לעצטע יארן איז נישט קיין סוד אז מדינת ישראל און סאודי אראביע האלטן אפ נאנטע פארבינדונגען, אבער פארט האלט נאך סאודי אראביע אן איר קעגנערשאפט צו מדינת ישראל אין די עפנטליכקייט, דעריבער איז די נייעס א צייכן איבער א מעגליכע דיפלאמאטישע דורכברוך, און די ״אל-על״ לופטליניע האט שוין געמאלדן אז זיי וועלן אויך פרובירן צו באקומען אזא ערלויבעניש פון סאודי אראביע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל