אן אפיציעלער ווארטזאגער פאר די מענטשן רעכט קאמיסיע אינעם פעלקער פאראיין האט נעכטן געזאגט אז די יו.ען. האט געקריגן באווייזן אז טראץ וואס מען האט געמיינט אז די קריזיס איז פארריבער גייט די רעגירונג און מיליטער אין מיאנמאר ווייטער אן מיט א סיסטעמאטישע פעלקער מארד פון די מוסלעמענער רוהינגא שבטים וועלכע באזעצן איר גרעניץ ראיאן מיט בענגלאדעש.
ארום 700,000 פון זיי זענען שוין אנטלאפן קיין בענגלאדעש, אבער די קאמיסיע זאגט אז די רעגירונג האלט אן בלאקאדעס אויף די רעשטלעך וועלכע זענען פארבליבן אין די דערפער און מען טוט זיי אויסהונגערן, און עס זענען באריכטעט געווארן אינצידענטן אין וועלכע מיאנמאר זעלנער האבן זיך באנוצט מיט אומדערהערטע ברוטאליטעט, אריינגערעכנט אונטערצינדען גאנצע דערפער מיט איר איינוואוינער פארכאפט אין די הייזער.
דער ווארטזאגער זאגט אז פון צווישן די 700,000 פליטים געפונען זיך ארום האלב אין אונטער-מענטשליכע אומשטענדן און וואוינען אונטערן פרייען הימל אין א מאנגל פון שפייז און קליידונג, און טוט אלאמירן איבער א מאסיווע הומאניטארער קריזיס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה