באריכטן די עקסידענט ווי שנעלער צו די אינשורענס קאמפאני, אפילו איר זענט אומשולדיג. עס איז ראטזאם צו זאגן פאר די אינשורענס פירמע אז איר זענט טאטאל אומשולדיג נאר איר רופט איינצומעלדן אז מען זאל איינקאסירן יענעמ'ס אינשורענס.

עס איז בעסער צו רעדן ווי ווייניגער נאך א קאר עקסידענט אין פאל מ'קען זיין שולדיג אדער אפילו אויב מען איז נישט. די אינשורענס פירמעס זענען זייער גוט געלערנט וויאזוי צו פרעגן צו ברענגען ענטפערס וואס זיי גלייכן.

אין פאל ס'איז שייך עפעס קרימינאל ח"ו, זאל מען זיכער נישט רעדן קיין איין ווארט אן א לאיער.

בכלל איז ראטזאם "נישט" צו געבן א "רעקארדירטע סטעיטמענט" פאר די אינשורענס פירמע ביים פיילן א קלעים, אפילו ווען זיי זאגן אז זיי "דארפן עס האבן." זיי פרעגן שאלות אויף א וועג וואס זאל ברענגען ענטפערס פאר זייער וואוילזיין. למשל, זיי קענען אריינווארפן א פראגע, "סא, וויאזוי שפירט איר היינט," נאטורליך ענטפערט מען, "זייער פיין." און זיי האבן רעקארדירט אז איר האט גארנישט קאמפלעינט!

צומאל קענען זיי פרעגן וועגן פריערדיגע פראבלעמען מיט'ן קאר אדער קרעדיט, זאכן וואס זענען שוין אפיציעל אראפ פונעם רעקארד, אבער זיי ווילן אז מיט'ן ענטפערן גייט עס צוריק אריין אין רעקארד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל