אידישע וועטער באריכט


וואלקענס זענען אריינגעקומען מיטאג צייט, און א לייכטע רעגן איז אויפן וועג. די רעגן קומט מיט א פראנט, וואס וועט ברענגען די אויסטרעלישע ווארעמע וועטער פאר דינסטאג און מיטוואך. דינסטאג קומט די זון צוריק ארויס, און עס ווערט ווארעם. מיטוואך קען אפילו זיין ווארעמער. די העכסטע טעמפּעראַטורעס וועלן זיין אפסטעיט, און פלעצער ווייט אוועק פון די וואסער. ערטער נענטער צום ים, זעהן מער וואלקענעס און קיהלערע וועטער. דאנערשטאג קומט א קאלטע פראנט, און ברענגט אן ענדע צו די ספרינג וועטער מיט טעמפּעראַטורעס וואס בלייבען אין די 40'ערס סיי דאנערשטאג און פרייטאג, באגלייט מיט מעגליכקייטען פאר רעגן און שויערס.

שבת און זונטאג בלייבען מיר רעגענדיג, אבער מיט מילדערע וועטער.

טייל פון די לאנג רענד׳ג וועטער מאדעלן, ווייזען א טויש צו מער א ווינטערדיגע וועטער אויסשטעל ארום פורים צייט. דערווייל איז זייער שווער פארצוזאגען די פורים וועטער .


ניו יארק סיטי
היינט נאכט🌧48
דינסטאג-☁️/🌤68
נאכט-☁️58
מיטוואך-🌤70
דאנערשטאג -🌧?48
פרייטאג-🌧?47
שבת-🌧?55
זונטאג-🌧?52
מאנטאג-🌤52

לעיקוואוד
היינט נאכט🌧47
דינסטאג-☁️/🌤70
נאכט-☁️55
מיטוואך-🌤75
דאנערשטאג -🌧?48
פרייטאג-🌧?48
שבת-🌧?55
זונטאג-🌧?52
מאנטאג-🌤52

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט🌧43
דינסטאג-☁️/🌤68
נאכט-☁️52
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג -🌧?45
פרייטאג-🌧?42
שבת-🌧?50
זונטאג-🌧?46
מאנטאג-🌤48

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט🌧39
דינסטאג-☔️40
נאכט-🌧45
מיטוואך-🌦55
דאנערשטאג -🌤32
פרייטאג-❄️?32
שבת-🌤37
זונטאג-🌧?🌨38




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל