ס'איז אלעמאל דא עפעס וואס דו קענסט טון צו פארבעסערן דיין עתיד, און פארגרעסערן דיין ביזנעס אדער – אויב ביזטו אן ארבייטער - דיינע הכנסות. אייביג קענסטו טון 'עפעס' מער, אין א שטילע טאג אדער אין סעזאן וואס ס'איז דא ווייניג ארבעט.

צום ביישפיל: רוף אן 5 באקאנטע מענטשן און פרעג זיי אויב זיי קענען עמיצען וואס זיי קלערן אז דו וואלסט זיי געקענט העלפן מיט דיין סערוויס\פראדוקט, אפשר וועלן זיי דיר פארשטעלן פאר יענעם און אפשר נישט. די קראפט פון בויען א "נעטווארק" איז אויסטערליש שטארק, און דו קענסט עס טון אין א רואיגע צייט אלס השתדלות צו באקומען נאך ביזנעס.

קענסט אויפמאכן א טעלעפאן-ביכל און אליינס זוכן ביי די נעמען מענטשן וואס דו קלערנסט אז דו קענסט זיי פארשלאגן עפעס פון דיין ביזנעס; אדער צו קוקן אין די 'בעק' פעידזשעס עדס פון אנדערע ביזנעסער, וואס קען דיר העלפן טרעפן ביזנעסער וועלכע קענען בענעפיטירן און מאכן ביזנעס מיט דיר, אדער קענסטו דארט טרעפן נייע מארקעטינג-געדאנקען.

קענסט ליינען א בוך אדער טון ריסוירטש איבער דיין אינדוסטריע, צו קענען פארבעסערן וואס דו טוסט, אדער צו זעהן וויאזוי דיינע קאנקורענצן ארבעטן, אפשר האבן זיי אן אנדערע, בעסערע מאדעל פאר די סארט ביזנעס, וואס דו קענסט נאכמאכן.

דו קענסט אנרופן עטליכע עקזיסטירנדע קליענטן צו זעהן וואס דו קענסט טון מער פאר זיי, וועלכע נאך סערוויסעס וואלטן זיי געקענט באשטיין צו באקומען און באצאלן מער, אדער צו הערן פיעדבעק וואס דו קענסט פארבעסערן אין די ביזנעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל