די קרעמעלין האט היינט ארויסגעגעבן א שארפע רעאקציע צו די קלאגעס וועלכע דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מולער האט איינגערייכט קעגן 13 רוסישע בירגער איבער זייער ראלע אין אינטערווענירן אין די פארלאפענע אמעריקאנער וואלן, אין צוגאב צו 3 רוסישע רעגירונג אגענטורן. 5 פון זיי זענען אנגעקלאגט געווארן אין אידענטיטעט גניבות, און נאך 3 ווערן באשולדיגט אין באנק שווינדל צו בארויבן די פאראייניגטע שטאטן.

״די אנגעקלאגטע זענען טייל פון א קאנספיראציע צו דורכפירן אן אינפארמאציע קריג קעגן די פאראייניגטע שטאטן, מיט די ציל צו אנזייען אומ-צוטרוי אין די קאנדידאטן און אינעם פאליטישן סיסטעם״ האט געזאגט ראד ראזנשטיין דער דעפיוטי אטוירני דשענעראל ביים אנאסירן די קלאגעס.

די קרעמעלין האט אין איר רעאקציע געזאגט אז די קלאגעס זענען קעגן פריוואטע רוסישע בירגער, און אמעריקע האט נאך אלס נישט קיין קראנטע באווייזן אז די פרואוון זענען געווען ארקאסטרירט דורך די רוסישע רעגירונג אלס א דירעקטע פרואוו צו באאיינפלוסן די אויסגאנג פון די וואלן, און באשולדיגט אז די אויספארשונג איז מאטיווירט דורך אנטי-רוסישע סענטימענטן אין אמעריקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל