פראנקרייך – אידישע גרופעס אין פראנקרייך האבן אויסגעדרוקט זארג, איבער דעם וואס א גרויסער בוך–פובליציסט אין לאנד, פלאנירט אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן איבערצודרוקן און פארשפרייטן ארטיקלען וואס זענען געשריבן געווארן דורכ'ן טרויעריג-בארימטן נאצי סימפאטיזירער לואיס פערדינאנד דעסטאושעס. די ארטיקלען האט דעסטאושעס פובליצירט אין די יארן בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג, אין וועלכע ער האט געשריבן געקונצלטע פאעמעס און עסייען איבער זיין פערזענליכער ערפארונג ביים ערשטן וועלט קריג, און ער האט דערין אריינגעגאסן א סאך אנטיסעמיטישע גיפט, שרייבנדיג אז "וואו איך גיי, זע איך אידן. אין גאס אידן. אין באנק אידן. אין די אינדוסטריע אידן. אין דער פרעסע אידן", און אזוי ווייטער, און ווי מ'האט שפעטער געהערט, זענען פילע נאציס אנגעזאפט געווארן מיט האס קעגן אידן דורך זיינע ארטיקלען. אידישע אקטיוויסטן אין פראנקרייך זאגן אז דעריבער דארף זיין זעלבסט-פארשטענדליך אז אזעלכע ארטיקלען קומט נישט איבערצודרוקן.

בילד: לואיס פערדינאנד דעסטאושעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל