האוואנא – נעכטן האט פעדעריקא מוהאריני, די העכסט-ראנגיקע דיפלאמאטקע פון אייראפעאישן יוניאן, אפגעשטאט א באזוך אינעם קאמוניסטישן לענדל קובא, וואו זי האט געזאגט אז אייראפעאישע לענדער קוקן ארויס צו קענען טאן ביזנעס מיט קובא, און אויך צו קאאפערירן מיט דער קובאנער רעגירונג אויף פילע אנגעלעגנהייטן. ווען אמעריקע האט זיך אנגעהויבן דערנענטערן צו קובא, אונטער אבאמא אין יאר 15' און 16', האט די קובאנער רעגירונג אונטערגעשריבן דעם "פאליטישן דיאלאג און קאאפעראציע" אפמאך מיט די אי.יו., און מוהאריני'ס יעצטיגער באזוך איז געווען עס אנצוהייבן צו אימפלעמענטירן. דער אפמאך זאגט אז אייראפעאישע לענדער וועלן אינוועסטירן אין קובא, און אין אויסטויש, וועט די קובאנער רעגירונג ערלויבן אייראפע אריינצורעדן אין זייער פאליטישן צושטאנד, פארלאנגען מער פרייהייטן פאר די בירגער, און ענליכס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל