פאריז – האקנקרייצן זענען אנגעפירקלט געווארן אויף צוויי אידישע גראסעריס נעבן פאריז, וואס די פאליציי האבן געזאגט אז זיי האבן געעפנט באזונדערע אויספארשונגען איבער די אינצידענטן. די האקנקרייצן זענען אפגעפונען געווארן אין דער שטאט סרעטיעל, הארט אינדרויסן פון פאריז, וואו 5 האקנקרייצן זענען געפונען געווארן אנגעפארבט מיט רויטע קאליר, אויף די דרויסנדיגע ווענט פונעם "פראמא סטאק" געשעפט, און נישט ווייט פון דעם געשעפט זענען נאך עטליכע האקנקרייצן געפונען געווארן אנגעפירקלט אויף דעם לאקאלן "הייפער קאושער" געשעפט, וועלכע איז א פליגל פון דעם הייפער קאושער געשעפט אין פאריז, וואו דער טעראריסט אמעדי קוליבאלי האט מיט עטליכע יאר צוריק דערמארדעט 4 אידן הי"ד. אין א סטעיטמענט, האט פראנקרייך'ס אינערן מיניסטער זשערארד קאלאום געזאגט אז די פראנצויזישע רעגירונג פארדאמט אויפן הארבסטן פארנעם די האקנקרייץ פירקלערייען, און וועט ארבעטן צו ברענגען די שולדיגע צו יוסטיץ.

בילדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל