וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט, האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די רוסלאנד אויספארשונג, און קעגן דעם פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט. מענעפארט – וועלכער איז פארלאפענעם אקטאבער אנגעקלאגט געווארן דורך מוללער מיט א סעריע פינאנציעלע קרימינאליטעטן – טענה'ט אינעם לאוסוט, אז מוללער האט געטאן מער ווי זיין עכטע אויטאריטעט איז געווען, וויבאלד די קלאגעס קעגן מענעפארט האבן נישט קיין שום שייכות מיט דער רוסלאנד אויספארשונג, נאר זענען פריוואטע פינאנציעלע פארברעכנס. מענעפארט'ס לאיערס האבן דערווייל נישט קאמענטירט אין פובליק איבער'ן לאוסוט, און אויך פון מוללער האט מען נישט געהערט קיין אנטווארט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל