שפאניע – הונדערטער היסטארישע חפצים פונעם טרויעריג בארימטן אוישוויץ קאנצענטראציע לאגער, זענען געפירט געווארן קיין מאדריד, צו א ספעציעלע "אוישוויץ אויסשטעלונג" וואס איז געעפענט געווארן פאר באזוכער אין די יעצטיגע טעג. דאס איז די סאמע ערשטע מאל וואס פוילן לאזט ארויס אזא גרויסע צאל ארגינעלע אביעקטן און ארטיקלען פונעם דייטשן קאנצענטראציע לאגער אין אוישוויץ, וואס וועט ארומגעוויזן ווערן אויף אויסשטעלונגען אין פארשידענע פלעצער איבער די וועלט, אנגעהויבן אין מאדריד, און דערנאך איבער א צאל שטעט איבער אייראפע, אמעריקע, און אזיע. א גרויסע טייל דערפון זענען נאך קיינמאל נישט געצייגט געווארן אין פארגאנגענהייט פאר'ן פובליק.

די גאר היסטארישע חפצים נעמט אריין, בריוולעך ארויסגעשליידערט פון די באנען אויפ'ן וועג קיין אוישוויץ, קינדערישע שיך פון קינדערלעך וואס זענען ליידער פארגאזט געווארן צום טויט הי"ד, א טייל פונעם עלעקטראנישן צוים ארום דעם לאגער, און אן ארגינעלער וואגאן וואס איז גענוצט געווארן צו דעפארטירן געפאנגענע, הויפטזעכליך אידן, צום קאנצענטראציע לאגער.

בילד: אוישוויץ אויסלייג אין מאדריד, שפאניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל