טערקיי – "אין די לעצטערע פעריאדע זענען די אידן די מערסט פארשעמטע גרופע אין די טערקישע מידיא און קעגן זיי ווערט אויסגעזעצט די מערסט אנטיסעמיטישע לאזונגען", זאגט א לעצטיגע רעפארט פון אן לאקאלע טערקישע ארגאניזאציע. די פרישע רעפארט וועלכע איז טייל פון א פראיעקט גרונטליך אדורכצוזוכן העצערישע מידיא סטעיטמענטס אין לויף פון די לעצטערע מאנאטן, האט געפינען 2466 פעלער פון העצערייען און פיינטשאפט אין די ארטיגע מידיא. דערפון זענען 788 פארעפענטליכט געווארן אין די נאציאנאלע רעגירונג מידיא, און 1222 אין לאקאלע מידיא נעצן. לויט'ן ראפארט זענען 493 פעלער געווען געווידמעט מיט אנטיסעמיטישע געדאנקען קעגן אידן, 472 קעגן סיריע, און די איבריגע זענען צוטיילט אין פארשידענע עטנישע גרופעס. לויט'ן רעפארט, זענען די גרעסטע צאל אנטיסעמיטישע פראזן געפינען געווארן ביי ארטיקלען און קאלומס וועלכע האבן זיך באצויגן צו מדינת ישראל.

בילד: טערקישע מידיא רייסט אראפ אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל