מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן געמאלדן, אז ער וועט לויפן פאר נאך א טערמין אלס פרעזידענט, אין די וואלן וואס וועלן פארקומען קומענדיגן יאר. פוטין איז שוין ביי דער מאכט זינט יאר 2000, רוב יארן אלס פרעזידענט און עטליכע יאר אלס פרעמיער מיניסטער. אויב געווינט ער די וואלן אין מערץ יאר 2018, וועט ער קענען דינען ביז יאר 2024. עס זענען געווען שפעקולאציעס אז פוטין האלט ביים רעטייערן, ווייל ער איז שוין מיד פון פאליטיק און וויל אויסלעבן די יארן אלס פריוואטער בירגער מיט זיינע מאסיווע געהיימע רייכטומען, אבער פוטין האט אוועקגעמאכט די שפעקולאציעס און געמאלדן אז ער לויפט, וואס מען ערווארט אז ער זאל גרינג געווינען ווידערוויילונג. אנקעטעס צייגן אז אכציג פראצענט פונעם רוסישן פאלק איז צעפרידן פון פוטין'ס דזשאב אלס פרעזידענט, און בכלל זענען וויכטיגע אפאזיציע פיגורן בלאקירט פון קענען לויפן, א שטייגער ווי דער הויפט אפאזיציע פירער אלעקסיי נעוואלני, וועמען די רוסישע רעגירונג האט פארבאטן צו לויפן, מיט'ן אויסרייד אז ער האט שוין צופיל מאל פארלעצט פראטעסט-געזעצן און פראטעסטירט אנע פערמיטן.

בילד: פוטין וועט לויפן פאר ווידערוויילונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל