לאנדאן – א פלאן אומצוברענגען די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, איז באצייטנס אפגעשטעלט געווארן, נאכדעם וואס עס איז געלונגען פאר די פאליציי אויפצודעקן די אידענטיטעט פון די טעראריסטן וועלכע זענען געשטאנען אונטער'ן פלאן. לויט פאליצייאישע קוועלער, האבן די טעראריסטן געפלאנט אראפצושטעלן א באמבע פארנט פון "10 דאונינג", דאס איז די געביידע וואס דינט אלס הויפטקווארטיר פאר'ן בריטישן פרעמיער מיניסטער. דער פלאן איז געווען אז ווי נאר די באמבע וועט עקספלאדירן, וועט פרעמיער מיניסטארשע מעי ווארשיינליך ארויסלויפן פון די געביידע, און דארטן האבן די טעראריסטן געזאלט איר אפווארטן, מיט זעלבסטמארד וועסטלעך און מעסערס, און איר דערמארדן. צוויי טעראריסטן זענען געווען פארמישט אינעם פלאן, און זיי זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס נאאימור זאקאריע ראכמאן פון צפון לאנדאן און מוכאמעד אקיב אימראן פון דרום-מזרח בירמינגהעם. די צוויי זענען געברענגט געווארן מיטוואך אינדערפרי אין געריכט, וואו זיי זענען אנגעקלאגט געווארן. באזונדער ווערט אימראן באשולדיגט פאר'ן פלאנירן צו פארן קיין ליביע זיך אנצושליסן אין אייסיס.

בילד: בריטישע אטענטאט פלאן צעשטערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל