קאליפארניע - סאלאר אינסטולאציעס איבערן לאנד זענען שטארק געפאלן אין לויף פון יאר 2017, און עקספערטן זאגן אז די ״טעסלא״ טעכנאלאגיע פירמע איז פאראנטווארטליך דערויף. טעסלא האט אין יאר 2016 אפגעקויפט די ״סאלאר סיטי״ פירמע פון די גרעסטע סאלאר ענערגיע אינסטאלירער איבער׳ן לאנד, וויבאלד דער טעסלא גרינדער עלאן מאסק וויל זיך אריינלאזן אינעם סאלאר פעלד און אויסטרעפן נייע גרינגערע וועגן וויאזוי עס צו אינסטאלירן אין מער הייזער. צוליב דעם, האט מאסק אפגעשטעלט די אגרעסיווע רעקלאמע און פובליק רילעישאנס קאמפיין וואס ״סאלאר סיטי״ פלעגט פירן איבער גרויסע שטעט, און דאס האט פארקלענערט אינטערעסע ביי מענטשן. אלעס אינאיינעם זענען סאלאר אינסטולאציעס געפאלן היי יאר מיט 42 פראצענט פון פאראיאר.

בילד: סאלאר אינסטולאציעס געפאלן אין 2017

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל