וואשינגטאן – די צאל האס פארברעכנס אין אמעריקע איז געשטיגן אין יאר 16', צום צווייטן יאר אין א רייע, לויט פרישע סטאטיסטיקס וואס די עף-בי-איי האט נעכטן פארעפנטליכט. אלעס אינאיינעם זענען באריכטעט געווארן 6,121 האס פארברעכן אינצידענטן איבער'ן לאנד פאראיאר, וואס איז א פינף פראצענט העכערונג פון יאר 15' און א צען פראצענט העכערונג פון יאר 14'. קוקנדיג ספעציפיש אויף די ציפערן, זענען 3,489 פון די פארברעכנס געווען קעגן שווארצע, 1,273 פארברעכנס קעגן אידן, און 307 פארברעכנס קעגן מוסולמענער. די ציפערן זענען שאקירנד, אבער אידישע אקטיוויסטן האבן ארויסגעהויבן אז די רעאליטעט פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער'ן לאנד איז ווארשיינליך פיל ערגער, וויבאלד לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס זענען נישט געצווינגען איבערצוגעבן די ציפערן פאר די עף-בי-איי, און ס'זענען פארהאן ארום ניינציג גרויסע סיטיס איבער'ן לאנד ("גרויסע סיטי" באדייט וואס פארמאגט 100 טויזנט איינוואוינער מינימום) וועלכע האבן בכלל נישט באריכטעט קיין שום האס פארברעכן אין לויף פון גאנץ יאר 16'.

בילד: האס פארברעכנס אין לאנד ווייטער געשטיגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל