וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער האט נאמינירט אלעקס אזאר, א געוועזענער פארמאסוטיקל עקזעקוטיוו, צו דינען אלס נייער פירער פון דער פעדעראלער "געזונטהייט און יומען סערוויסעס" אגענטור. טאם פּרייס האט געדינט אויף דער פאזיציע אין די ערשטע מאנאטן פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, אבער ער איז געווען געצווינגען צו רעזיגנירן, נאכדעם וואס ער איז פארוויקלט געווארן אין א סקאנדאל, ווען ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט גענוצט לוקסוריעזע פליגערס פאר פריוואטע צוועקן, אויפ'ן חשבון פון די אמעריקאנער שטייערצאלער. אזאר האט געדינט לאנגע יארן אלס עקזעקוטיוו אין דער "עלי לילי" פארמאסוטיקל פירמע און אויך איז ער געווען א באאמטער אינערהאלב דער אדמיניסטראציע פון פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש. אין א סטעיטמענט נעכטן האט טראמפ געזאגט, אז אזאר וועט אנפירן דעם קאמף פאר בעסערע העלט קעיר און נידריגערע מעדיצין פרייזן אין לאנד.

בילד: נייער געזונטהייט סעקרעטאר נאמינירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל