אלבאני – נעכטן זענען אפירגעקומען פרישע שפעקולאציעס, אז דער ניו יארקער גאווערנאר ענדרו קאומאו קלערט ערנסט פון לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020 קעגן פרעזידענט טראמפ. קאומאו, דער צוויי-טערמיניגער גאווערנאר וועלכער לויפט קומענדיגן יאר פאר א דריטן טערמין, וועט היינט אפרייזן קיין קאליפארניע, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט לאיערס, פינאנצירער און אנדערע ליבעראלע שישקעס פאר עטליכע פאנדרעיזינג פארזאמלונגען, און טראץ וואס די רייזע איז נישט קיין דירעקטער צייכן איבער אן אנהייב פון קאומאו'ס פרעזידענטליכע פלענער, ווערט עס אבער באטראכט אלס א שריט פון קאומאו צו הייבן זיין פראפיל איבער'ן לאנד, אז מער דעמאקראטישע ביישטייערער און וויילער זאלן זיך באקענען מיט אים, אזוי אז ס'זאל אים זיין גרינגער צו לאזן אין גאנג א פרעזידענט קאמפיין ווען ער האלט דערביי.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל