איראק — אן אינטערעסאנטער באריכט דורך איראקער נייעס אגענטורן צייגט, אז דער אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי לעבט נאך, און ער איז אנטלאפן פון איראק אריין קיין סיריע, וואו ער האט זיך באזעצט אין א באהעלטעניש. דער באריכט, באזירט אויף איראקער שפיאנאזש קוועלער, צייגט אז ווען איראקער זעלנער האבן אינוואדירט קוואים, א געגנט וואס איז געווען ביז יעצט אונטער אייסיס קאנטראל, האט על באגדאדי איינגעזען אז זיין לעבן איז אין געפאר, און ער האט דאן אראנזשירט אן אנטלויף, דורכ'ן פארן אין א געלער טעקסי, נישט וועלנדיג אויסרופן פארדאכטן דורכ'ן פארן אין א מיליטערישן סארט טרעקל. לויט'ן באריכט, האט על באגדאדי איבערגעלאזט א נאטיץ פאר זיינע נאכפאלגער אין קוואים, אז זיי זאלן פארבלייבן דארטן קעמפן מיט אלע כוחות, און ער האט זיך באזעצט שטילערהייט אין א הייזקע אינעם דיאז על-זאהר פראווינץ אין סיריע. די אויפדעקונג קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס איראקער פרעמיער מיניסטער היידאר על-אבאדי האט געמאלדן די פולקאמע באפרייאונג פון קוואים.

בילד: על-באגדאדי אנטלאפן אין געלער טעקסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל