בעיזשינג — קוועלער אינערהאלב די כינעזער רעגירונג האבן איבערגעגעבן, אז די רעגירונג אויטאריטעטן האבן פארארדנט דעם טוריזם מיניסטעריום איינצוצוימען טוריזם רייזעס פון כינע קיין צפון קארעא. די מאסיווע טוריזם אינדוסטריע צווישן די צוויי לענדער, איז פון די געציילטע פארבליבענע וועגן וויאזוי דער צפון קארעא רעזשים פארדינט קעש געלט, דורך די פילע באזוכער, און יעצט אז כינע האט איינגעצוימט דעם פלייץ פון טוריסטן קיין צפון קארעא, קען מען דערווארטן אז דאס וועט אויפוועקן גרויס אויפברויז ביים רעזשים פון קים יאנג אן. עקספערטן האבן אנגעצייגט אז דער שריט פון דער כינעזער רעגירונג, איז געקומען הארט איידער דער אמעריקאנער פרעזידענט גרייט זיך צו באזוכן אין כינע, וואס טראמפ לייגט שוין לאנג דרוק אויף דער כינעזער רעגירונג אז זיי זאלן טון מער אפצוהאקן זייער עקאנאמישע שטיצע פאר צפון קארעא, און דער יעצטיגער שריט פון כינע איז ווארשיינליך געצילט צו באפרידיגן דעם אמעריקאנער פרעזידענט.

בילד: כינע צוימט טוריזם קיין צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל