ניו יארק – נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן וואלן לענגאויס ניו יארק סטעיט און עטליכע אנדערע סטעיטס, און פאלגענד זענען די רעזולטאטן פון די פארשידענע פארמעסטן:

- אין ניו יארק סיטי האט מעיאר ביל דעבלאזיא גרינג געווינען ווידערוויילונג. דאס איז געווען ביי יעדן דערווארט, נעמנדיג אין באטראכט אז א מערהייט וויילער אין ניו יארק סיטי זענען דעמאקראטיש-רעגיסטרירט.

- ר' קלמן יעגער הי"ו האט געוואונען דעם סיטי קאונסיל פארמעסט אין בארא פארק. ער האט באזיגט יוני הייקינד הי"ו, און שרייבנדיג די שורות האלט עס ביי 65 פראצענט פאר ר' קלמן און 29 פראצענט פאר יוני.

- דעמאקראט פיל מורפי וועט זיין ניו דזשערסי'ס קומענדיגער גאווערנאר. דערמיט קומט צו אן ענדע די גאווערנארשאפט פון קריס קריסטי, וועלכע איז געווען געפלאגט פון פילע סקאנדאלן און פראבלעמען.

- דעמאקראט ראלף נארטעם וועט זיין ווירדזשיניע'ס קומענדיגער גאווערנאר. טראמפ האט נעכטן געזאגט אז דער רעפובליקאנער עד גילעספי האט פארלוירן ווייל ער האט נישט אקצעפטירט טראמפ'ס הילף און פאליסיס.

- אין ראמאפא האבן די טאון קאנדידאטן, געשטיצט דורכ'ן חרדי'שן אידנטום, געוואונען מיט א לענדסלייד. מיט 87 פראצענט פון די שטימען אפגעציילט, האט טאון סופערווייזאר קאנדידאט מייקל ספעקט געוואונען מיט ארום 16,000 קעגן ארום 9,000 שטימען, און טאון קאנסיל קאנדידאטן ר' יצחק אולמאן און ר' דוד וואנונו האבן געוואונען מיט ארום 15,000 קעגן 9,000 שטימען. אלס קאונטי עקזעקוטיוו איז ווידעראמאל אריינגעקומען דער אמטירנדער עד דעי.

- אין אפסטעיט ניו יארק איז אויך באשטעטיגט געווארן דער ספעציעלער רעפערענדום, צו גרינדן "טאון אוו פאלם טרי" אין קרית יואל, וואס וועט זיין די סאמע ערשטע ארטאדאקסיש-אידישע טאון אין די פאראייניגטע שטאטן.

בילד: וואל רעזולטאטן לענגאויס אמעריקע און ניו יארק סטעיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל