סאודי אראביע – מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג, זעט אויס אלס מער און מער מעגליך, אז עס וועט אויסברעכן א בלוטיגע קריג צווישן סאודי אראביע און לבנון. ערשטנס האט מען געהערט קאמענטארן שפעט מאנטאג נאכט פונעם סאודיער גאלף אנגעלעגנהייטן מיניסטער טאמאר על-סאבאן, וועלכער האט געזאגט אז דערמיט וואס לבנון שטיצט די כיזבאלא טעראר גרופע, טוט לבנון דערקלערן קריג קעגן סאודי אראביע, און "סאודי אראביע וועט באהאנדלען לבנון אזוי ווי א לאנד באהאנדלט א צווייט לאנד וואס האט דערקלערט קריג קעגן איר". נעכטן האט מען געהערט פונעם מאכטפולן סאודיער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן זעלבסט, וועלכער האט געזאגט אז איראן איז לעצטנס באגאנגען "אן אקט פון מלחמה" קעגן סאודי אראביע, דערמיט וואס איראן האט צוגעשטעלט דעם מיסיל וואס תימנ'ער רעבעלן האבן געשאסן אויף סאודי אראביע מיט עטליכע טעג צוריק. די אלע אנטוויקלונגען און סטעיטמענטס, ברענגען נענטער די רעאליטעט פון א קריג צווישן סאודי אראביע, וועלכע וועט האבן אמעריקע'ס שטיצע, און לבנון, וועלכע וועט האבן שטיצע פון כיזבאלא און איראן.

בילד: קריג צווישן סאודי אראביע און לבנון?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל