די לאקאלע רעגירונג אין ניו דעלהי אינדיע האט דערקלערט א ״פאבליק העלט עמערדשענסי״ און די שולעס זענען פארשפארט געווארן און איינוואוינער זענען פארבעטן געווארן צו בלייבן אינדערהיים און פארמיידן פיזישע אקטיוויטעטן נאכדעם וואס כעמישע פארפעסטיגונג האט זיך אנגעזאמלט העכער די שטאט ווי א וואלקן און שטעלט א געזונטהייט געפאר פאר די איינוואוינער פון די שטאט.

די פארפעסטיגונג איז א זאך וואס געשעט אסאך מאל אין די צייט אפשניט פון יאר, אין אנהייב פון ווינטער. די לופט פארפעסטיגונג קומט צוליב דעם וואס לאקאלע פארמערס פארברענגען זייערע פעלד באמיסטיגונג, און די קוילן פאבריקן ארבייטן מער העפטיג פאר׳ן ווינטער, און אלעס אינאיינעם טוט דראמאטיש העכערן די גיפטיגע כעמיקאלן אין די לופט. די פארפעסיגונג איז געשאצט געווארן ביי 500 וואס איז באצייכנט גאר געפארפולע, העכער הונדערט ווערט שוין באטראכט ווי א געזונטהייט פראבלעם.

די לאקאלע רעגירונג זאגט אז דאס איז א שרעקליכע קריזיס וואס קען קאסטן פילע לעבנס, און האט גענומען פארשידענע שריט צו פארלייכטערן די מצב דורך נוצן העליקאפטערס צו שפריצן וואסער און אזוי ארום ברעכן די וואלקענעס. א שטודיע האט לעצטנס געוויזן אז די סארט לופט פארפעסטיגונס האט אין יאר 2015 אליינס געקאסט איבער 2.5 מיליאן לעבנס אין אינדיע.

בילד: הויפטשטאט פון אינדיע פארנעפלט מיט געפארפולע כעמישע וואלקן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל