אין א פרואוו צו ברענגען ארדענונג צו די קאטאלאניע ראיאן נאך א קאנטראווערסיאלע רעפערענדום איבער זעלבסשטענדיגקייט האט די שפאנישע צענטראלע רעגירונג איבערגענומען קאנטראל פונעם ראיאן און האבן ארויסגעווארפן די יעצטיגע רעגירונג וועלכע שטיצט זעלבסשטענדיגקייט און פאררופן שנעלע וואלן וואס וועלן פארקומען קומענדיגע אקטאבער 27, אבער ווי עס שיינט האבן זיי נישט קיין סך אויפגעטון דערמיט.

די קאטלאנישע עלעקטאראלע וואל סיסטעם איז ערווארטעט צו דערלאנגען נאך א זיג פאר די סעפעראטיסטן, וואס טראצדעם וואס זיי זענען א מערהייט צווישן די אלגעמיינע באפעלקערונג אין קאטלאניע האבן זיי אבער אן אויבערהאנט צוליב די עלעקטראלע סיסטעם וועלכע טוט צושטעלן פארשטייער באזירט אויף געגענטער, און אזוי ארום קומט אויס אז געדיכט באוואוינטע געגענטער פארמאגן פערצענטועל ווייניגער פארשטייער אינעם לעגיסלאטור.

דאס איז א ענליכע פראבלעם ווי די אמעריקאנער עלעקטאראלע קאלעדש סיסטעם ווי עס קען אויך אויסקומען אז דער געווינער פון די מערהייט שטימען איז דער פארלירער, ווי מען האט געזען ביי די פארלאפענע וואלן. אין קאטלאניע האבן די סעפעראטיסטן געווינען בלויז 48% ביי די פאריגע וואלן אבער האבן באקומען 53% פון די זיצן.

אנאליסטן שאצן אז יעצט וועט אויך זיין די זעלבע און זיי וועלן געווינען די מערהייט זיצן טראצדעם וואס זיי פארמאגן נישט די שטיצע פון א מערהייט איינוואוינער אין קאטאלאניע. און אזוי ארום וועט די געפלאנטע וואלן נישט אפשטעלן דעם כאאטישן צושטאנד נאר ענדערש עס פארארגערן.

בילד: סעפאראטיסטן אין קאטלאניע זענען ערווארטעט צו געווינען אין בעפארשטייענדע וואלן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל