די סעקערטערי פאר אינטערנאצינאלע אנטוויקלונג און רעגירונגס מיינסטארשע פריטי פאטעל (Priti Patel) קומט אונטער גאר שארפע קריטיק נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן דורך די ארטיגע פרעסע אז זי האט דורכאויס א באזוך אין מדינת ישראל זיך געטראפן מיט הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע, אריינגערעכנט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטאר ביבי נתניהו, טראץ וואס זי האט נישט באקומען דערצו קיין אויטאריטעט און רשות פון די נויטיגע אויטאריטעטן ווי די אויסערן מיניסטעריום אדער די פרעמיער מיניסטארשע.

זי האט זיך געפונען אין מדינת ישראל אויף א וואקאציע צוריק אין אויגוסט און האט אפגעהאלטן ארום 10 זיצונגען מיט פארשידענע רעגירונג באאמטע, אבער האט נישט באריכטעט דערוועגן צום אויסערן מיניסטעריום, און זי האט דערמיט פארלעצט די פראטאקאל פון רעגירונג אז אויסערן אנלעגנהייטן דארף גיין דורך די אויסערן מיניסטעריום. זי האט זיך אנטשולדיגט דערוועגן און פארשפראכן אז עס איז געווען א מיספארשטענדעניש.

אבער נעכטן האט זיך די קאנטראווערסיע ווידער אויפגעוועקט ווען עס איז באקאנט געווארן אז זי האט ווייטער אנגעהאלטן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל באאמטע, און האט זיך געטראפן מיט א מדינת ישראל מיניסטער אין לאנדאן פאריגן סעפטעמבער, און אזוי אויך אפגעהאלטן זיצונגען אין ניו יארק מיט מדינת ישראל דיפלאמאטן, דאס האט שוין ארויסגערופן א שטערקערע שטורעם און עס הערן זיך רופן אינערהאלב איר פארטיי אז זי זאל רעזיגנירן פון אמט.

אין ליכט פון די פרישע אויפדעקונגען האט די פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי איר צוריקגערופן פון א רייזע אין אפריקע ווי זי האט זיך געפונען אויף א ספעציעלע מיסיע, און איר איינגעלאדענט פאר א ספעציעלע ״מוסר פארציע״ אין איר ביורא, אבער זי איז ערשט נישט געווען ערווארטעט צו ווערן אויפגעזאגט.

אפדעיט: פריטי פאטעל האט רעזיגנירט!

בילד: בריטישע מיניסטארשע רעזיגנירט צוליב מדינת ישראל באזוך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל