מדינת ישראל. - אן ערנסטע פאליטישע קריזיס קאכט זיך אין מדינת ישראל, נאכדעם וואס דער געזונטהייט מיניסטער יעקב ליצמאן, פון די יהדות התורה פארטיי, האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט. זיין רעזיגנאציע קומט נאכדעם וואס די רעגירונג האט פארפעלט אפצושטעלן אנגייענדיגע רעגירונג קאנסטרוקציע ארבעט אין פארשידענע טיילן פונעם לאנד פארלאפענעם שבת, טראץ וואס מיניסטער ליצמאן האט געהאט באקומען א פארשפרעכונג פון די רעגירונג אז די ארבעט וועט זיין אפגעשטעלט אום שבת, צוליב שמירת שבת. מיניסטער ליצמאן האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע מארגן אינדערפרי, וואס האט באדייטעט אז די רעגירונג קאאליציע פון פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו איז אין געפאר פון צוזאמפאלן, ווייל די יהדות התורה פארטיי איז טייל פון די קאאליציע. למעשה האט ביבי זיך צוזאמגעזעצט מיט פאָרשטייער פון די יהדות התורה און אנדערע חרדישע פארטייען, און אויסגעארבעט א דיעל מיט א פארשפרעכונג אז מען וועט ארבעטן צו באשטעטיגן א קלארן געזעץ קעגן חילול שבת, און די חרדישע פארטייען האבן זיך פארפליכטעט צו פארבלייבן אין די קאאליציע. ליצמאן האט אבער דערווייל נישט צוריקגעצויגן פון זיין רעזיגנאציע.

בילד: מיניסטער יעקב ליצמאן

בריוו: מיניסטער יעקב ליצמאן רעזיגנירט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל