א פרישע שטודיע דורך די ״רויטערס״ נייעס אגענטור צייגט אז די אויטאריטעטן טוען מינימיזירן די עוויירמנעטאלע שאדנס וואס ווערט אנגעמאכט דורך די קיסטאון פייפליין זינט עס האט אנגעהויבן אפערירן זינט 2010, און אז אין פאקט איז ארויסגערינען פיל מער ווי מען האט פריער געוויסט, די עקזיסטירנדע פייפליין לויפט פון אלבערטא קאנאדע ביז טעקסאס, און אצינד האט דאנעלד טראמפ געגעבן דעם ערלויבעניש צו גיין פאראויס מיט א מאסיווע פראיעקט פון נאכמער פארברייטערן דעם פראיעקט.

לויט דעם באריכט האט די פייפליין געברענגט אן אויסגוס פון איבער 5,000 פעסלעך דעם חודש אין נארט דעקאטע, און נאך צוויי אומבאריכטעטע אויסגוסן צוריק אין 2011 איטליכע פון 400 פעסלעך אויל. לויט די אויפדעקונג האט די טראנס-קאנאדא פירמע וואס אפערירט איבער דעם פייפליין ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס אין זייער אפשאצונג אז די ריזיקע פאר אן אויסגוס איז בלויז אויף 50 פעסלעך איינמאל פון 7 ביז 11 יאר.

ווי באריכטעט האט פרעזידענט אבאמא אין זיינע לעצטע טעג אין אמט ארויפגעלייגט א פרירונג אויף דעם פראיעקט, און איינע פון די ערשטע שריט פון פרעזידענט טראמפ אין אפיס איז געווען צו באנייען דעם פראיעקט און געגעבן ערלויבעניש פאר די פירמע צו ווייטער גיין.

בילד: קיסטאון פייפליין אויל פירמעס באהאלטן מאסיווע אויל אויסגוסן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל