קאירא – א פראמינענטער עגיפטישער "יומען רייטס" לאיער האט נעכטן געמאלדן, אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אין די וואלן קומענדיגן יאר. קאלעד אלי איז באקאנט מיט זיינע פילע שריט ארויסצוהעלפן מינאריטעטן און אנדערע באקריוודעטע אין עגיפטן, און ער האט נעכטן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אין די הויפטקווארטירן פון דער "אל דוסטאר" אפאזיציע פארטיי, וואו ער האט דערקלערט אז עגיפטן איז אין קריזיס, און ער וועט ארבעטן אפצושטעלן דעם קריזיס און צוריקגעבן דאס לאנד אין די הענט פונעם פאלק. קאלעד אלי'ס פרעזידענט קאנדידאטור שטייט אבער אויס ערנסטע שוועריגקייטן, הויפטזעכטליך אז דער יעצטיגער פירער איז אבדעל פאטאח על סיסי, דער געוועזענער גענעראל וועלכער פירט יעצט די נאך-רעוואלוציע עגיפטן מיט א גאר שטייפע, און צומאל דיקטאטורישע, האנט. די על סיסי רעגירונג האט שוין מיט עטליכע וואכן צוריק אנגעהויבן אונטערנעמען שריט צו בלאקירן קאלעד אלי פון לויפן פאר פרעזידענט, דורכ'ן ארויסשטעלן לעכערליכע קלאגעס פאר "אומאיידלקייט". ער איז שוין פאקטיש געפונען געווארן שולדיג אויף די קלאגעס, און ער פרובירט יעצט ריינצואוואשן זיין נאמען.

בילד: עגיפטישער אפאזיציע פיגור לויפט קעגן על-סיסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל