איסטאנבול – נעכטן האט די אמעריקאנער אמבאסאדע אין טערקיי געמאלדן, אז זי וועט פונדאסניי אנהייבן אקצעפטירן וויזע אפליקאציעס פון טערקישע בירגער וועלכע ווילן ארויספארן קיין אמעריקע, נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט באקומען פארשפרעכונגען פון טערקיי אז די אמבאסאדע איינגעשטעלטע וועלן בלייבן אומבארירט. אמעריקע און טערקיי האבן אפגעהאקט וויזע באציאונגען צווישן זיך מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכדעם וואס טערקישע פאליציי האבן ארעסטירט 2 אמבאסאדע איינגעשטעלטע פאר מינדערוויכטיגע סיבות און די אמעריקאנער רעגירונג האט באשולדיגט אז טערקיי טוט עס סתם צו טשעפען מיט אמעריקע. אצינד האבן טערקיי און אמעריקע זיך פארגליכן, באקומענדיג א פארזיכערונג פון טערקיי אז זיי וועלן צורו-לאזן די אמבאסאדע איינגעשטעלטע, און דעריבער האט מען צוריק אנגעהויבן פולקאמע וויזע קאאפעראציע.

בילד: טערקיי-אמעריקע וויזעס צוריק אין קראפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל