וואשינגטאן – אן אינטערנאציאנאלער שטורעם איז אנטשטאנען נעכטן, ווען פרעזידענט טראמפ האט ארומגעשיקט אנטי-איסלאמישע פראפאגאנדע וואס זענען אריגינעל פארשפרייט געווארן דורך א באקאנטן וויסטן ראסיסט פון ענגלאנד, ברענגענדיג פארדאמונגען פון איבער דער וועלט.

די פראפאגאנדע ווידעאס זענען פארשפרייט געווארן דורך דזשעידא פרענזען, דעפיוטי פירער פון דער עקסטרעם-רעכטער, ראסיסטישער אנטי-אימיגראנטן "ענגלאנד ערשט" פארטיי, וואס אין די ווידעאס זעט מען סצענעס פון ווילדע שריט דורך מוסולמענער.

אין איין ווידעא זעט מען וויאזוי א גרופע מוסולמענער צעשלאגן א קליין קינד צום טויט, אין א צווייטס — וויאזוי א גרופע מוסולמענער רייצן זיך און אטאקירן א קליין קינד וועלכע גייט מיט "קראטשעס", און באזונדער וויאזוי מוסולמענער שענדן און שעדיגן א קריסטליכע סטאטוע.

אין רעאקציע צו טראמפ'ס פארשפרייטן די העסליכע אומבאשטעטיגטע פראפאגאנדע, האט מען געהערט פון טעריסא מעי, ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטארשע, אז "עס איז אומריכטיג פאר'ן פרעזידענט דאס צו טאן", ארויסברענגענדיג די שעדליכקייט און גרויליקייט פון דער "ענגלאנד ערשט" פארטיי.

באזונדער האט מען געזען פון דער האלענדישער אמבאסאדע אין וואשינגטאן, וועלכע האט געשריבן אין ריכטונג פונעם פרעזידענט, אז די אטאקע אויפ'ן קליינעם קינד אין קראטשעס, האט אייגנטליך א האלענדישער געבוירענער דורכגעפירט, נישט קיין מוסולמענער אימיגראנט.

בילד: שטורעם איבער טראמפ'ס ארומשיקן אנטי-איסלאמישע פראפאגאנדע פון ראסיסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל