געזעצגעבער פון די לעיבאר פארטיי אין ענגלאנד האבן גערופן צום פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי צו אפרופן א איינלאדענונג וואס זי האט געשיקט צום אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ נאכדעם וואס ער האט מיטגעטיילט אויף טוויטער פראפאגאנדע מאטריאל פון א העסליכע אנטי-מוסלים ארגאניזאציע אין בריטאניע וועלכע רופט זיך ״בריטאניע ערשט״ און איז טרויעריג בארימט מיט איר ווילדע העצערייען קעגן אלע מוסלעמענער, די ארגאניזאציע איז אויסגעשפיגן אין בריטאניע און אירע פירער זענען שוין פאראורטיילט געווארן אויף האסן פארברעכנס.

די ארגאניזאציע ווערט באצייכט דורך געוויסע אין בריטאניע אלס א טעראר ארגאניזאציע וויבאלד איינע פון די מיטגלידער איז געווען פאראנטווארטליך פאר די מארד פון די געזעגעבערין דשאו קאקס אין 2016, דער מערדער האט דורכאויס זיין אטאקע געשריגן ״בריטאניע ערשט״ און מאנכע האלטן אז ער איז אינספירירט געווארן דורך דעם ארגאניזאציע, אזוי אויך איז די פירערין פון די ארגאניזאציע ארעסטירט געווארן נאכ׳ן פיזיש אטאקירן א מוסלעמענע פרוי.

טראמפ האט רי-טוויטעט פראפאגאנדע ווידיאס פון די ארגאניזאציע אין וועלכע מען טוט אנגעבליך זען גאר גרויליגע אקטן וועלכע ווערן דורכגעפירט דורך מוסלעמענער, די ציל פון די ווידיאס איז באשיינפערליך צו אראפמאל איבער א ביליאן מוסלעמענער אין א טונקעלע ליכט אלס טעראריסטן און פארברעכער וועלכע זענען שעדליך צו די מערב וועלט.

די פאקט אז דער אמעריקאנער פרעזידענט טוט געבן לעגיטימאציע פאר א האסן גרופע און טוט אקטיוו זי העלפן פארשפרייטן זייער פראפאגאנדע רופט ארויס זארג און שרעק אין די מוסלעמענער געמיינדעס אין אמעריקע, און איז פארדאמט געווארן איבער די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט דורך די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע וועלכע האט אויסגעדריקט באדויער אז דער אמעריקאנער פרעזידענט טוט סימפאטיזירן מיט א ארגאניזאציע וועלכע זוכט צו ״צוטיילן די בריטישע באפעלקערונג און אנזייען האס און שרעק״ לויט אירע ווערטער.

בילד: טראמפ'ס צוליב אנטי-מוסלעמענער טוויטס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל