די רעפובליקאנער פירערשאפט אין סענאט ארבעט פיבערהאפטיג צו אדרעסירן די רעזערוואציעס וואס טייל פון די געזעצגעבער האבן נאך איבער די בערפארשטייענדע אפשטימונג איבער שטייער שניטן מיט די האפענונג צו איבערצייגן די לעצטע פאר געזעצגעבער וועלכע וואקלן זיך נאך וויאזוי צו שטימען, הויפטזעכליך סענאטארשע סוזען קאלינס פון מעין וועלכע טוט זיך קעגנשטעלן צו די ביל צוליב דעם וואס עס טוט אין די זעלבע צייט אויך שניידן די אינדיווידועלע מאנדאט פון אבאמא-קעיר וואס וועט ארויפשרויפן פרייזן פאר פריוואטע העלט אינשורענס.

אין די לעצטע טעג האט זיך פרעזידענט טראמפ און פארשטייער פון די אדמינסטראציע זיך געטראפן עטליכע מאל מיט די סענאטארשע און פארגעשלאגן א אלטערנאטיווע געזעץ וועלכע זאל העלפן סטאביליזרן די מארקעט דורך פעדעראלע סובסידיעס פאר די אינשורענס פירמעס אז זיי זאלן נישט הייבן פרימיום׳ס און אזוי אויך געבן מער פרייהייט פאר סטעיטס צו נוצן פעדעראלע פאנדן צו פינאנצירן אינשורענס פאר אינדיווידועלן מיט ״פרי-עקזיסטינג קאנדישענס״. קאלינס האט געזאגט אז דאס וועט איר איבערצייגן צו שטימען פאר די שטייער שניטן.

אזוי אויך קוקן די רעפובליקאנער אריין אין די מעגליכקייט פון צולייגן א פראוויזיע צום געזעץ וואס וועט פארלאנגן א אויטאמאטישע שטייער העכערונג אויב די פאראויסשאצונגען פון די רעפובליקאנער ארבייט זיך נישט אויס און די שטייער שניטן טוען צולייגן צופיל צום נאצינאנאלן דעפעציט, דאס קומט אויף די פארלאנג פון סענאטאר באב קארקער פון טענעסי וועלכער האט זיך קעגנגעשטעלט צום ביל צוליב די מאסיווע לאך וואס עס קען ברענגען פאר די פעדעראל קאסע. אבער אנדערע געזעצגעבער שטעלן זיך קעגן אזא פראוויזיע

ווי עס שיינט וועט מארגן פארקומען א אפשטימונג און מען רישט זיך אז קיין איין דעמאקראט וועט נישט שטיצן דעם ביל, וואס באדייט אז די רעפובליקאנער קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן מער ווי איין שטימע, אויב וועט די ביל אריבערגיין וועט קאנגרעס באלד אויפשטעלן א קאמיטע וועלכע זאלן פארגלייכן דעם סענאט ביל מיט די ביל וואס איז שוין אריבער אין קאנגרעס און עס אפשיקן צום פרעזידענט צו אונטערשרייבן אלס געזעץ.

בילד: מיינונגס פארשידנהייטן צווישן רעפובליקאנער איבער שטייער רעפארם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל