די ווירטואלע וואלוטע ״ביטקוין״ איז אין די לעצטע טעג איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, און נאכן גרייכן די סימבאלישע סומע פון 10,000$ פער ביטקוין שטייגט עס טעגליך און שטייט היינט ביי $11,254 און איז א צענטראלע סענזאציע אין די פינאנאציעלע מארקעטס ווי מען האט זיך ביז לעצטנס באצויגן דערצו ווי בלויז א קוריאזע און צייטווייליגע ערשיינונג, מיט די יעצטיגע ווערט איז עס בלויז אין דאס יאר אליין געשטיגן 12 פאכיג.  און איז געשטיגן מיט 75% זינט אקטאבער, און די גלאבאלע ווערט פון ביטקוין שטייט ביי ארום 178 ביליאן דאלער, באלד די ווערט פון די גאנצע עס-ענד-פי 500 אינדעקס.

געוויסע צענטראלע פינאנאציעלע אינסטיטוציעס אויף וואל סטריט טוען יעצט אנבאטן אינוועסטירונגען אין ביטקוין. אבער פון די אנדערע זייט טוען עקאנאמיסטן ווארענען אז עס וועט צום סוף פלאצן וויבאלד עס האט נישט קיין פאקטישע דעקונג, דער נאבל פרייז געווינער עקאנאמיסט יוסף שטיגליץ האט אין ליכט פון די אנטוויקלונגען גערופן פאר די רעגירונג צו ארויפלייגן לעגאלע באגרעניצונגען אויף ביטקוין וויבאלד עס דינט נישט קיין שום פראדוקטיווע נוצן פאר די עקאנאמיע און איז גענצליך באזירט אויף שפעקולאציעס.

בילד: ביטקוין ברעכט רעקארד און גרייכט העכער $11,000

יוסף שטיגליץ: די רעגירונג זאל ארויפלייגן באגרעניצונגען אויף ביטקוין; עס דינט נישט קיין שום פראדוקטיווע נוצן פאר די עקאנאמיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל