וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן איינצוצוימען די צאל פליטים וועלכע ווערן אריינגענומען יערליך אין לאנד, אז קומענדיגן יאר זאלן בלויז אריינגענומען ווערן 45 טויזנט פליטים פון איבער דער וועלט, וואס דאס וועט זיין די ווייניגסטע זינט דאס "פליטים געזעץ" איז אונטערגעשריבן געווארן אין 980', אוועקשטעלנדיג די סיסטעמען און געזעצן אויף אריינצונעמען פליטים. די ווייניגסטע פער-יאר צאל פליטים וואס אמעריקע האט זינט דאן אריינגענומען, איז געווען 67 טויזנט, און אין די לעצטערע יארן איז עס געווען צווישן זיבעציג טויזנט און אכציג טויזנט יערליך. דער אפיציעלער ציפער פון וויפיל פליטים זענען אפיציעל געווען ערלויבט צו אפעלירן פאר פליטים-סטאטוס און וויפיל זענען טאקע פאקטיש אריינגענומען געווארן אין לאנד, איז געפאלן צו איר נידריגסטן פונקט אינעם יאר נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, ווען בלויז 27 טויזנט זענען אריינגענומען געווארן, צוליב פחד פון טעראר, און טראמפ וויל אויך איינצוימען דאס ארייננעמען פליטים צוליב'ן טעראר געפאר וואס פילע ברענגען מיט זיך.

בילד: רעגירונג באטראכט פליטים צוימונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל