וואשינגטאן – די עקוויפעקס קרעדיט פירמע האט נעכטן געמאלדן אז איר הויפט עקזעקוטיוו ריטשארד סמיט וועט פארלאזן זיין פאזיציע, וואס דאס קומט אלס דירעקטער רעזולטאט פון דער מאסיווער העקעריי אויף די קאמפיוטערס פון דער פירמע, אין וועלכע האקעלע אינפארמאציע פון 143 מיליאן אמעריקאנער בירגער זענען ארויסגערונען, זייענדיג די סאמע גרעסטע קאמפיוטער העקעריי אין היסטאריע. קאנגרעס, סענאט און פעדעראלע רעגירונג אגענטורן פירן אין די טעג דורך גרונטליכע אויספארשונגען צו דערגיין וויפיל עקוויפעקס האט געוואוסט פון די העקערייען און פון אירע שוואכע קאמפיוטער סיסטעמען, און דאס באהאלטן פונעם פובליק, און פילע האבן זיך אויסגעדריקט פאזיטיוו אז דער הויפט עקזעקוטיוו ווערט באזייטיגט, זאגנדיג אז דאס צייגט אז די פירמע נעמט ערנסט די סיטואציע און גייט מאכן טוישונגען. עס איז אבער אנגעוויזן געווארן מיט אויפברויז אז סמיט ווערט פארשיקט אויף אן עהרנפולן פארנעם, מיט די פירמע'ס סטעיטמענט וואס לייענט זיך אז ער גייט "רעטייערן", און באזונדער וועט ער ווייטער קענען געניסן פון זיינע רעטייערמענט בענעפיטן, וואס ווערט געשאצט ביי מער ווי 18 מיליאן דאלאר.

בילד: עקוויפעקס הויפט עקזעקיוטיוו באזייטיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל