וואשינגטאן – נעכטן האט מען געזען עטליכע אנטוויקלונגען אין די אנגייענדיגע אויספארשונגען איבער מעגליכע קאאפעראציע צווישן רוסלאנד און דעם טראמפ קאמפיין צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן. ערשטנס איז געקומען דער טראמפ ראטגעבער ראדזשער סטאון אויפצוטרעטן ביי א פריוואטן פארהער אינעם סענאט, וואס דער פארהער האט געדויערט 3 שעה, און טראץ וואס סטאון זאגט אז ער האט קאאפערירט און געענטפערט, האבן עטליכע סענאטארן געזאגט אז ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן עטליכע פראגעס און זיי וועלן דעריבער מעגליך אים שיקן א "סובפינע" אים צו צווינגען צו ענטפערן. צוויי אנדערע אנטוויקלונגען זענען געקומען, אין פארמאט פון מידיא באריכטן, וועלכע האבן געלויטעט אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר אין שפיץ פון דער אויספארשונג, און זיינע געהילף-פראקורארן, וועלן אין די גאר נאענטע טעג אנהייבן אויספארשן געוועזענע און אמטירנדע ווייסע הויז איינגעשטעלטע, און אויך האט די מידיא באריכטעט אז די איי-אר-עס האט שוין אנגעהויבן מיטטיילן שטייער דאקומענטן פון הויכראנגיקע טראמפ קאמפיין באאמטע, מיט מוללער'ס געהילפן.

בילד: רוסלאנד אויספארשונג אין ערנסטער פאזע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל