וואשינגטאן – דער איינפלוסרייכער און מאכטפולער רעפובליקאנער סענאטאר באב קארקער, פון טענעסי, האט נעכטן געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין, נאר ער וועט רעטייערן ווען זיין יעצטיגע טערמין קומט צו אן ענדע קומענדיגן סוף יאר. אין א סטעיטמענט, האט קארקער געזאגט אז ער טראכט שוין לאנגע מאנאטן פון זיין פאליטישע צוקונפט, און ער איז געקומען צום באשלוס אז ער וועט בעסער סערווירן דאס לאנד דורך א ציווילע ראלע אינדרויסן פונעם סענאט, זאגנדיג אז ווען ער איז געלאפן פאר א סענאט זיץ אין יאר 06', האט ער דאן געהאט געטראכט אז ער וועט נישט דינען פאר מער ווי צוויי טערמינען. ער האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן אויף פראגעס צי זיין רעטייערמענט האט סיי וועלכע שייכות מיט'ן פאקט אז ער האט זיך אין די לעצטערע מאנאטן אפטמאל געריסן מיט פרעזידענט טראמפ. סענאטאר קארקער'ס רעטייערמענט איז אויפגענומען געווארן מיט שאק אין וואשינגטאן, וויבאלד די דעמאקראטן וועלן יעצט פארלייגן כוחות און פרובירן צו געווינען דעם ליידיגן זיץ ביי די מידטוירם וואלן קומענדיגן יאר נאוועמבער, טראץ וואס די שאנסן זענען זייער שמאל.

בילד: מאכטפולער סענאטאר קארקער וועט רעטייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל