מעקסיקא – די אידישע "ווארלד דזשואישע רעליף" ארגאניזאציע האט געלאזט אין גאנג א ספעציעלן פאנדרעיזינג קאמפיין, ארויסצוהעלפן די באטראפענע פונעם מאסיוון ערדציטערניש אין מעקסיקא. א ווארטזאגער פאר דער ארגאניזאציע האט ארויסגעברענגט אז שטייענדיג אין די טעג פון ראש השנה און די עשרת ימי תשובה, קען מען זיך איינקויפן די גרויסע זכותים פון ארויסהעלפן די מענטשן וועלכע האבן פארלוירן זייערע הייזער, זייערע פארמעגנס און אזעלכע וואס האבן פארלוירן פאמיליע מיטגלידער, אינעם ערנסטן ערדציטערניש. די געלטער וואס די אידישע ארגאניזאציע וועט אויפטרייבן, וועט דירעקט גיין ארויסצוהעלפן אוועקשטעלן שעלטערס פאר מענטשן וואס האבן פארלוירן זייערע הייזער, און אויך צו פארטיילן מעדיצינישע הילף פאר מענטשן מיט קליינע קינדער. אין אנדערע נייעס האט מען נעכטן געהערט מער דעטאלן איבער ר' חיים אשכנזי ע"ה, דער איד וואס איז אומגעקומען אין אן איינגעפאלענער געביידע ביים ערדציטערניש, ווען לאקאלע אידישע איינוואוינער האבן דערציילט אז ער האט זיך געפונען אין דער געביידע אלס טייל פון זיינע צדקה אקטיוויטעטן, זאמלענדיג געלט פאר ארימע פאמיליעס אויף ראש השנה.

בילד: אידישער קאמפיין צו העלפן מעקסיקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל