פון לוי מאיער

ביל דעבלאזיא פרובירט איבערצורעדן עמעזאן צו פלאצירן זייערע נייע הויפטקוואטיר אין ניו יארק, ווען פון דער אנדערע זייט האט ער נעכטן געזאגט אז קויפן אנליין איז פשוט נישט דיין סטייל, זאגענדיג דערביי; "איך האב ליב אריין צוגיין אין א געשעפט, זיך אויסוועלן וואס איך וויל, זען וויאזוי עס קוקט אויס..."

אבער מיט זיין בליק אויף אנליין שאפינג, האט עס נאך אלס נישט אוועקגעמאכט זיין רייץ, אז אזא ריזן פירמע זוכט א פלאץ צו עפענען זייערע צווייט-העכסטע הויפטקוואטיר.

דעבלאזיא האט געזאגט; "אונז גייען ארבעטן זייער שווער אז זיי זאלן עס עפענען אין ניו יארק. איך פלאן מיך צוטרעפן אין די נאנטע טעג מיט די פירערס פון עמעזאן. איך האב שוין אנגעהויבן צו טוען דערין, און מיר פלאנען צו מאכן א גוטע פארשלאג. די פירמע וועט געבן היבש אביסל ארבעט-פלעצער פאר ניו יארקערס."

גאווערנאר קאמאו האט אויך געזאגט פארגאנגענע וואך, אז די ריזן פירמע עפענט א 395,000 סקווער-פיס געשעפט אין מאנהעטן און דאס וועט צוברענגען נאך '2000' דזשאבס פאר נוי יארק'ערס.

ווי אויך האט עמעזאן געמאלדן אפאר וואכן צוריק, אז זיי פלאנען צו עפענען א נייע היי-טעק ווערהאוז, אין סטעטן-איילענד גלאובל לאגיסטיקס פארק, וואס וועט געבן נאך 2,250 ארבעט-פלעצער.

די סטעיט איז גרייט צו געבן שטייער-הנחות, ווענדענדיג לויט וויפיהל ארבעטס-פלעצער עמעזאן וועט צושטעלן. אויב עמעזאן וועט מאכן זייערע העדקארטערס אין מאנהעטן, וועט די שטייער-הנחות זיין ביז 20 מיליאן דאלער, און אויב זיי עפענען אין לאנג-איילענד, וועט די שטייער-הנחות זיין ביז 18 מיליאן דאלער.

בילד: דעבלאזיא פרובירט איבערצורעדן עמעזאן צו בויען נייע העדקארטערס אין ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל