וואשינגטאן – היינט דינסטאג וועלן זיך אלע אמעריקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט צוריקקערן קיין וואשינגטאן, נאך א לאנגע זומער וואקאציע, און מען דערווארט א פולע אגענדע פאר'ן מאנאט פון סעפטעמבער, ווען קאנגרעס וועט דארפן סארטירן פילע אישוס און באשטעטיגן א סעריע עמורדזשענסי בילס. צווישן די וויכטיגע זאכן, וועט קאנגרעס זיך מוזן פאראייניגן אויף א ביל צו דעקן די קאסטן פון דער פעדעראלער רעגירונג, וועלכע וועט אויסלויפן פון געלטער אום אקטאבער 1, און אויב וועלן נייע געלטער נאכנישט דאן זיין באשטעטיגט, וועט פאסירן א רעגירונג שאטדאון. צווייטנס וועט קאנגרעס מוזן באשטעטיגן א העכערונג אינעם "בארגן לימיט" פון דער פעדעראלער רעגירונג, וואס אויב זיי וועלן דאס נישט האבן ערלעדיגט ביז סעפטעמבער 29, ריזיקירט מען אז די אמעריקאנער רעגירונג'ס קרעדיט רעיטינג וועט פאלן איבער דער וועלט און ס'וועט זיין שווערער אנצוגיין. דערצו קומען צו די פארשידענע זאכן וואס קאנגרעס און טראמפ ווילן אויפטאן, א שטייגער ווי שטייער רעפארם און העלט קעיר.

בילד: קאנגרעס איז צוריק אין וואשינגטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל