וואשינגטאן – דעמאקראטן אינעם סענאט שארפן זיך די ציין, צו פירן א פרישן קאמף קעגן עמיצן וועמען טראמפ האט נאמינירט פאר א הויכע קאבינעט פאזיציע. די רעדע איז פונעם אייאווע ביזנעסמאן סעם קלאוויס, וועמען טראמפ האט נאמינירט אנצופירן די פעדעראלע אגריקולטור דעפארטמענט, וואס אויף דער פאזיציע וועט קלאוויס זיין באלעבאס אויף צענדליגער ביליאנען דאלארן פעדעראלע געלטער, און ער וועט קענען באשליסן וואו די געלטער זאלן גיין און וועלכע פריאריטעטן דער אגריקולטור דעפארטמענט זאל אננעמען. דעמאקראטן צייגן אן אויפ'ן פאקט אז ביז היינט האט מען אייביג געשטעלט עמיצן מיט סייענטיפישע וויסנשאפט אנצופירן די אגריקולטור דעפארטמענט, און קלאוויס האט נישט די מינימאלע וויסנשאפט. באזונדער האבן דעמאקראטן אנגעוויזן אז קלאוויס האט אין דער פארגאנגענהייט געלאזט פאלן פארשידענע ווילדע קאמענטארן איבער פאליטיק און האקעלע סאציאלע אישוס, וואס האט געפירט דערצו אז דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער זאל פארלאנגען אין א בריוו אז פרעזידענט טראמפ זאל צוריקציען פון דער נאמינאציע.

בילד: פרישע טראמפ נאמינאציע קאמף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל