וואשינגטאן – באריכטן צייגן אז דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא גרייט זיך ארויסצוקומען אין פובליק און זיך ארויסשטעלן קעגן פרעזידענט טראמפ, אויב וועט דער פרעזידענט טאקע היינט מעלדן אז ער שטעלט אפ דעם דאקא פראגראם וואס באשיצט יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן פון דעפארטאציע – וואס פרעזידענט אבאמא האט געהאט אריינגעשטעלט דעם פראגראם אין קראפט. דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס אבאמא וועט ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט צו קעמפן קעגן פרעזידענט טראמפ זינט'ן פארלאזן דאס ווייסע הויז, וויבאלד אבאמא האט אריגינעל געזאגט אז ער וועט זיך האלטן שטיל און אז ער זוכט צוריקצוגיין צו זיין לעבן אלס א פריוואטער בירגער. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פונעם ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל, עריק שניידערמאן, אז ניו יארק וועט קלאגן טראמפ אין פעדעראלן געריכט, אויב וועט ער טאקע אפשטעלן דאקא.

בילד: אבאמא גרייט ארויסצוקומען קעגן טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל