אייראפע – פראפעסאר יאהאנעס ענסטאד, פון דער אסלאו אוניווערסיטעט אין נארוועגיע, האט פובליצירט אן אינטערעסאנטע שטודיע איבער אנטיסעמיטיזם אין אייראפע. פראפעסאר ענסטאד האט באטראכט ציפערן פון פראנקרייך, ענגלאנד, דייטשלאנד, שוועדן, נארוועגיע, דענמארק און רוסלאנד, און איז געקומען צום אויספיר אז אין רוסלאנד זענען דא די ווייניגסטע אנטיסעמיטישע אטאקעס פון סיי וועלכע אנדערע לאנד. ענסטאד זאגט אז דאס איז וויבאלד די אנטיסעמיטן אין רוסלאנד ווייסן, אז אויב וועלן זיי ארעסטירט ווערן און אריינגעשליידערט ווערן אין א רוסישער טורמע, וועלן זיי דארטן אויסשטיין גאר שווערע און אוממענטשליכע אומשטענדן, אנדערש ווי אין די אנדערע אייראפעאישע לענדער, וואס די אנטיסעמיטן ווייסן אז דאס לעבן אין די שיינע אייראפעאישע טורמעס איז בכלל נישט אזוי שלעכט. נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס ענסטאד'ס שטודיע צייגט, איז אז א מערהייט אנטיסעמיטישע אטאקעס אין פראנקרייך, שוועדן, ענגלאנד און דענמארק, ווערן דורכגעפירט דורך לינקע פארשוינען.

בילד: מערקווירדיגע שטודיע איבער אנטיסעמיטיזם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל