בעלגיע – פאליציי אין אנטווערפן האבן ארעסטירט און אויסגעפארשט א פארשוין וועלכער ווערט באשולדיגט אין איבערפאלן א חרדי'שן יונגערמאן אויף דער גאס אין אנטווערפן, שרייענדיג אויף אים "איד". דער אינצידענט, וועלכע איז נעכטן באקאנט געווארן, האט פאסירט פרייטאג צונאכטס. ווען דער איד האט שפאצירט אויף דער גאס, איז דער פארשוין צוגעקומען צו אים מיט א שמייכל אויפ'ן געזיכט, אבער זייענדיג נאענט, האט ער דערלאנגט דעם יונגערמאן א ווילדן זעץ אין דער גאמבע, שרייענדיג דערביי "איד", און באלד דערנאך אנטלאפן. דער איד איז נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן, און ער האט זיך באלד געוואנדן צו די פאליציי זיי איבערצוגעבן וואס ס'האט פאסירט, ער האט אבער נישט געקענט אונטערשרייבן קיין שום צעטל צוליב שבת קודש. דער אטאקירער איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי, נאכ'ן אראפגעהאלטן ווערן דורך עטליכע יונגעלייט.

בילד: חרדי'שער איד אטאקירט אין אנטווערפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל