איבער דער וועלט הייבט מען צוביסלעך אן צו הערן שטורעמען און ליארעמען איבער'ן צושטאנד פון די רוהינגא מוסולמענער אין מיאנמאר, וואס ווי באריכטעט נעכטן ווערן זיי אונטערדרוקט דורך דער ארטיגער רעגירונג, און מאנטאג זענען צענדליגער טויזנטער מוסולמענער אין טשעטשניע – די רוסישע טעריטאריע – ארויסגעקומען ווייזן סאלידאריטעט פאר די געפלאגטע און באקריוודעטע רוהינגא מוסולמענער. די סאלידאריטעט מארשן אין טשעטשניע זענען ארגאניזירט געווארן דורכ'ן ארטיגן פירער ראמזאן קאדיראוו, וועלכער וויל באפעסטיגן זיין סטאטוס אלס רוסלאנד'ס מערסט איינפלוסרייכער מוסולמענער, אבער פארט איז עס ארויסגעהויבן געווארן אלס א פאזיטיווע שריט, אז ס'וועט אויפוועקן די וועלט צו די פלאגענישן וואס די רוהינגא אין מיאנמאר גייען אריבער. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פון די יו-ען שלוחים אין מיאנמאר, אז דאס ארטיגע מיליטער האט בלאקירט סיי וועלכע הילף פון אנקומען צו די רוהינגא געגנטער, באלד פונעם ערשטן טאג וואס די פרישע אומרוען האבן אויסגעבראכן אום אוגוסט 25.

בילד: טשעטשניע מארשירט פאר רוהינגא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל