מיאנמאר – אן ערנסטע קריזיס אנטוויקלט זיך אינעם אזיאטישן לאנד מיאנמאר, וואו דאס ארטיגע מיליטער און בודהיסטישע קעמפער האבן אונטערגענומען מאסן מארד אפעראציעס קעגן די רוהינגא מוסולמענער, וועלכע זענען א מינאריטעט אין לאנד. די מאסן מארדן און ברוטאליטעטן קעגן די רוהינגא, האבן זיך אנגעהויבן אוגוסט 25, נאכדעם וואס עטליכע רוהינגא קעמפער האבן אטאקירט מיליטערישע באזעס אין מינאמאר, און ווי די רוהינגא האבן געזאגט זענען די אטאקעס געווען צוריקצוהאלטן דאס מיאנמארער מיליטער פון טשעפען מיט די רוהינגא מוסולמענער אין לאנד. דאס מיליטער און די בודהיסטישע קעמפער האבן רעאגירט מיט שטארקע מאכט, אנהייבנדיג דורכצופירן פובליק מאסן מארדן, וואס ארומיגע לענדער ווארענען אז עס אנטוויקלט זיך ממש א פעלקער-מארד. דאס האט געברענגט אז אין בלויז 1 און א האלב וואך, זענען שוין 73 רוהינגא מוסולמענער אנטלאפן פון מיאנמאר, און זוכן שוץ אין ארומיגע לענדער, א שטייגער ווי בענגלאדעש, און די וועלט האט געווארנט די מינאמארער רעגירונג צו שטעלן זאכן אונטער קאנטראל.

בילד: דראמא אין מיאנמאר איבער די רוהינגא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל