בערלין - נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א דראמאטישע דעבאטע צווישן דער דייטשער קאנצלערין, אנגעלע מערקעל, און איר הויפט קעגנער, דער צענטער-לינקער מארטין שולץ, שטייענדיג דריי וואכן איידער ס'גייען פארקומען די קריטישע וואלן אין לאנד, און ווי עס זעט אויס, האט מערקעל געוואונען די דעבאטע, ווען 55 פראצענט מיטהאלטער האבן געזאגט אז זי האט בעסער אויסגענומען, בעת 35 פראצענט האבן געזאגט אז שולץ האט בעסער אויסגענומען. צווישן די הויכפונקטן פון דער דעבאטע, איז געווען דאס וואס שולץ האט אטאקירט מערקעל פאר׳ן נישט זיין גענוג שטייף קעגן טערקיי, וואס האט געפירט אז מערקעל זאל ביי דער דעבאטע דערקלערן אז זי טוישט איר פאזיציע און האלט קלאר אז טערקיי זאל נישט אריינגענומען ווערן אין אייראפעאישן יוניאן. נאך אן אינטערעסאנטער פונקט איז געווען איבער דער אישו פון צפון קארעא, ווען שולץ האט געזאגט אז דייטשלאנד דארף קאאפערירן מיט די דעמאקראטן אין אמעריקע אויסצוארבעטן א פאליסי איבער צפון קארעא, ווייל טראמפ איז נישט ערנסט. מערקעל האט נישט געוואלט קריטיקירן טראמפ, נאר ער האט געזאגט אז מ׳דארף טאקע זיכער מאכן אז מ׳טרעפט א דיפלאמאטישע לעזונג איבער צפון קארעא.

בילד: מערקעל געווינט קריטישע דעבאטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל