כאטש ס'איז שוין אריבער א מאנאט זינט דער שווערער אבלאווע וואס די ציוניסטישע פאליציי האט דורכגעפירט מיט א וואנדאליזם אויף די הויפטקווארטירן פון דער הייליגער ארגאניזאציע 'מרכז הצלה,' וואס ראטעוועט בחורים פונעם ציוניסטישן מיליטער, לאקערט די פאליציי אויף די מסי"נ'דיגע עסקנים כמעט יעדע נאכט און פרואווט זיי צו ארעסטירן. אצינד נאך בין הזמנים אין די אלגעמיינע ישיבות אין ארץ ישראל, ווען די ווענדונגען אינעם מרכז הצלה אפיס איז עטוואס לייכטער געווארן, האבן די עסקנים – נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט לאיערס - באשלאסן אז די צייט איז צוגעפאסט זיך איינצוגעבן ביי די פאליציי, זיי צו צייגן אז די אלע אקטיוויטעטן זענען געזעצליך אויסגעהאלטן, און דער אפיס מוז זיין בארעכטיגט צו ארבעטן געהעריג אן דעם וואס די עסקנים זאלן מוזן לעבן מיט א פחד.

נעכטן זונטאג ארום 1 אזייגער מיטאג, לאקאלע צייט, זענען די חשוב'ע עסקנים פון מרכז הצלה ארויס פון צענטראלן אפיס אויף חברת ש"ס 4 און אזוי מארשירט ביז צו דער טורמע. זיי זענען געגאנגען אין באגלייטונג פון ארום 20 ערליכע אידן זקני ירושלים ונכבדי קהל יטב לב דסאטמאר, וועלכע האבן געוואלט צייגן און דעמאנסטרירן ווי די שליחי מרכז הצלה זענען שליחים פון כלל ישראל פאר הצלת נשמות ישראל משמד.

נאך לענגערע שעה'ן פון מיטמאכענישן און אויספארשונגען, איז איין עסקן דערווייל באפרייט געווארן און ער דארף היינט צוריקקומען צו אויספארשונגען, אבער דער צווייטער עסקן איז פארבליבן אין ארעסט און ער ווערט היינט געברענגט צו א ריכטער. ווארשיינליך וועלן די פאליציי פרובירן צו פארלענגערן די ארעסטן עטליכע מאל, אבער זיי וועלן שפעטער מוזן מודה זיין אז זיי האבן גארנישט געפונען.

כלל ישראל איז מתפלל לשלומם פון די שליחי כלל ישראל, העסקן יצחק בן חי' שרה (דאווידאוויטש) און העסקן דוד נח בן שיינא רחל מרים (קרויס), אז די רשעי ישראל זאלן נישט האבן אויף זיי קיין שום שליטה, זיי זאלן ווי אמשנעלסטן באפרייט ווערן און זיך קענען אומקערן צו דער עבודת הקודש.

בילד: ירושלימ'ער עסקנים פון 'מרכז הצלה' געצוואונגען אריינצוגיין אין ארעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל